Choose a language for this website. Current language is Yiddish.

ברוך־הבאָ אין דער אוניװערסאַלער ייִדישער ביבליאָטעק

װאָס איז אַזױנס די אוניװערסאַלע ייִדישע ביבליאָטעק (אי״ב)?

די אי״ב איז אַ דיגיטאַלע קנופּסטאַנציע װאָס פֿאַראײניקט פֿיר אינסטיטוציעס: דעם ייִדישן ביכער־צענטער, די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק אין ירושלים, דעם ייִװאָ, און די ניו־יאָרקער עפֿנטלעכע ביבליאָטעק. אונדזער שליחות איז צו אַנטפּלעקן די רײַכע װעלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר אַ גלאָבאַלן עולם, און דורך דעם אַריבערשטײַגן געאָגראַפֿישע גרענעצן און פֿאַראײניקן ייִדיש־ענטוזיאַסטן פֿון גאָר דער װעלט.

פֿאַר װעמען איז די אי״ב?

אונדזער אינאָװאַטאָרישע פּלאַטפֿאָרמע מאַכט צוטריטלעך אַן אומפֿאַרגלײַכלעך גרויסע צאָל ביכער אויף ייִדיש, אויסניצנדיק דערבײַ דאָס אָפּטישע אותיות־דערקענען (בלע״ז OCR), אַן אַװאַנסירטע טעכנאָלאָגיע װאָס דערמעגלעכט דאָס לײַכטע דורכזוכן דעם טעקסטאינהאַלט פֿון טױזנטער ביכער. די דאָזיקע ביכער — פֿון קלאַסישע װערק ביז װײניקער באַקאַנטע אַנטיקן — לעבן איצט אויף אין דער דיגיטאַלער ספֿערע און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אַרומנעמיקער און צוטריטלעכער רעסורס פֿאַר פֿאָרשערס, דערציִערס, סטודענטן, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

װאָס געפֿינט מען אין דער אי״ב?

אַחוץ דעם, װאָס די אי״ב דינט װי אַ גרױספֿאַרנעמיקע דיגיטאַלע רעפּאָזיטאָריע, שטעלן מיר אויך צו דירעקטע פֿאַרבינדונגען צו די אָריגינעלע מאַטעריאַלן אויף די װעבערטער פֿון די אַסאָציִיִרטע אינסטיטוציעס. דאָס דערמעגלעכט דאָס אַרײַנטיפֿן זיך אינעם קאָנטעקסט פֿון די דאָזיקע װערק און דאָס אויספֿאָרשן די פֿאַרשײדענע זאַמלונגען פֿון יעדער אינסטיטוציע.

אַ דאַנק פֿאַרן באַזוכן אונדז!

לאָמיר צוזאַמען פֿײַערן און אויפֿהיטן די ירושה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַרויסהײבנדיק איר אייביקע רעלעװאַנץ און אינספּירירנדיק נײַע דורות לײענערס. ברוכים־הבאָים אין אײַער װירטועלער ייִדישער ביבליאָטעק. פֿאָרשט, אַנטדעקט, און פֿאַרבינדט זיך מיטן האַרץ פֿון דער ייִדישער קולטור.

Major support for the Universal Yiddish Library has been generously provided by

  • David Berg Foundation
  • The Abby J. and David Cohen Family Foundation
  • David and Barbara B. Hirschhorn Foundation
  • National Endowment for the Humanities
  • Michael (z”l) and Linda J. Schmelzer
  • Robert and Nina Schor
  • Josh Weston
Search guide